Yiddishe Vinkel · Nov 2, 2026
Yiddishe Vinkel — photo status
ווען ליידיגיין ווייסט נישט פון קיין ענדע... צענדליגער פראטעסטירער האבן זיך נעכטן זונטאג פארזאמלט פארענט פון די הויפטקווארטירן פון די "ליבערטי מיוטשועל" אינשורענס פירמע אין באסטאן, פאדערנדיג אז די פירמע זאל שוין באזייטיגן דעם געלן "ליבערטי ביבערטי" פאלשע כאראקטער וואס ערשיינט אין זייערע רעקלאמעס. דער פראטעסט איז ארגאניזירט געווארן דורך א 19-יעריגער יוגנטליכער, קאנאר הארווי, נאכדעם וואס א ווידעא וואו ער קריטיקירט דעם פיגור האט אנגעצויגן איבער זעקס הונדערט טויזנט צוקוקער. די פראטעסטירער האבן זיך שטארק באקלאגט איבער די נערוועז-מאכנדיגע רעקלאמעס און האבן מארשירט מיט שילדן קעגן דעם פיגור. אינמיטן דעם פראטעסט איז אנגעקומען איין מאן אנגעטאן פונקט ווי דער "ביבערטי" כאראקטער, פרובירונדיג אים צו פארטיידיגן קעגן די פארזאמלטע. אידישער ווינקל *סטאטוס*:https://wa.me/13473456278?text=Join אידישער ווינקל *גרופע*:https://chat.whatsapp.com/CUQkb4iu39HERbeWdmUyPE?mode=gi_t
More from Yiddishe Vinkel
- Yiddishe VinkelNov 4, 2026 · פרעזידענט טראמפ רעדט זיך דורך מיט זיינע ראטגעבער, צי דער פאר

- Yiddishe VinkelNov 4, 2026 · מעדיצינישע דורכברוך: דאקטוירים אינעם 'הדסה' שפיטאל האבן דורכ

- Yiddishe VinkelNov 4, 2026 · מיט איבער 6,500 שלוחים פון 111 לענדער וואס קומען זיך צוזאם ד

- Yiddishe VinkelNov 4, 2026 · סטעיט סענעטאר דזשאו רענד, און אסעמבלימאן אהרן בנציון ווידער

- Yiddishe VinkelNov 4, 2026

- Yiddishe VinkelNov 4, 2026
