Yiddishe Vinkel · Aug 22, 2026
Yiddishe Vinkel — video status
א הערליכע מעמד חיזוק און פריצייטיגער בר-מצוה איז פארגעקומען אין מחנה חיים ושלום מונקאטש אין מאנטיסעלא, פאר הבחור שלומי גרמי הי"ו, בן הרב יהודה גרמי שליט"א, דער הויפט רב פון די אידישע קהילה אין איראן. דער רב וועלכע געפונט זיך אין ניו-יארק די טעג, פירט דורך א צאל באזוכן צו ערלעדיגן און אויפטון פאר זיינע בני הקהילה, און צווישן אנדערע אנגעקומען צו די מונקאטשער קעמפ, ווי די קינדער האבן אהערגעשטעלט א רייכע פראגראם פאר דער זון פון דער איראנער רב. דער בר-מצוה בחור'ל וועלכע וואוינט אין איראן האט באקומען א הערליכע אויפנאמע, די קינדער האבן פרעזענטירט א הערליכע אוונט מיט פארשידענע איבערראשונגען, פרעזענטאציעס, געזאנגען און טענץ, זיך מיטפרייענדיג מיט די שמחה. דער איראנער רב האט געלאזט פאלן טרערן און זיך טיף באדאנקט פאר די גאנצע שטאב, אויף די הערליכע מעמד. זעט די לענגערע ווידעא דא: https://youtu.be/d1iWix5nNdY אידישער ווינקל *סטאטוס*:https://wa.me/13473456278?text=Join אידישער ווינקל *גרופע*:https://chat.whatsapp.com/BN4IyLfXAN92HpIy00tQ1Q
More from Yiddishe Vinkel
- Yiddishe VinkelNov 4, 2026 · פרעזידענט טראמפ רעדט זיך דורך מיט זיינע ראטגעבער, צי דער פאר

- Yiddishe VinkelNov 4, 2026 · מעדיצינישע דורכברוך: דאקטוירים אינעם 'הדסה' שפיטאל האבן דורכ

- Yiddishe VinkelNov 4, 2026 · מיט איבער 6,500 שלוחים פון 111 לענדער וואס קומען זיך צוזאם ד

- Yiddishe VinkelNov 4, 2026 · סטעיט סענעטאר דזשאו רענד, און אסעמבלימאן אהרן בנציון ווידער

- Yiddishe VinkelNov 4, 2026

- Yiddishe VinkelNov 4, 2026
