Yoilish · Sep 20, 2026
Yoilish — photo status
שלום ערב יום כיפור תשפ''ז האדמו''ר מהרי''י שליט''א וועט פארבארגן אויף יום טוב סוכות פאר האדמו״ר מהר״א שליט״א דעם ספר תורה פון מרן רבינו הברך משה זי״ע וואס דער רבי האט באקומען בירושה, און האדמו״ר מהר״א וועט פארבארגן פאר האדמו''ר מהרי''י שליט''א דעם גאלדענע בעכער פון מרן רביה״ק זי״ע וואס ער האט באקומען בירושה. די טויש איז יעצט פארגעקומען אין שטוב פון הרה״ח ר׳ משה פריעדמאן הי״ו משב״ק.




