Yoilish · Nov 19, 2026
Yoilish — photo status
*שמחה כללית ווען הצדיק רבי ישראל מאזעס גרייט זיך צו דער שמחת הבר מצוה פון בנו בכורו נ"י* דער רבי, וואָס גיט זיך איבער מיט אַ פאָטערליכער ליבשאַפט צו אידישע קינדער, מיט שיעורים און אַקטיוויטעטן לטובת הכלל והפרט פאַר טויזנטער דורשים וצמאים וואָס טרעפן חיזוק ביים רבי'ן און ווערן נענטער לאבינו שבשמים, און וואָס פירט זיך מיט צוגעלאָזנקייט און נאָענטשאַפט צו יעדן אידישן האַרץ — גרייט זיך אַריינצוברענגען בנו בכורו, הבחור החשוב יעקב אהרן ני"ו, לעול התורה והמצוות. דער רבי לאַדענט פּערזענליך איין מיטצוהאַלטן די שמחת הבר מצוה, היינט דאָנערשטאָג נאַכט, פרשת ויצא (ה' לסדר "ומתי אעשה גם אנכי לביתי"), אין ירושלים עיר הקודש, אין די זאַלן פון "שמחת ירושלים", רחוב פישל 8, בשעה 9:00 בערב.




