Zemel · Aug 26, 2026
Zemel — photo status
בני ברק - א העלישע פייער האט אויסגעבראכן מיטוואך אינדערפרי ביים אונטערשטן שטאק פונעם בנין ביהמ"ד הגדול נאדבורנה, וואו דער תלמוד תורה און ישיבה קטנה איז איינקווארטירט. אלע קינדער אינאיינעם מיט די מלמדים זענען געווארן עוועקואירט, און פייערלעשער האבן באוויזן צו פארלעשן די פייער פאראורזאכנדיג בלויז מילדע שאדנס, בחסדי שמים קיין געשעדיגטע.





