Zemel · Aug 9, 2026
Zemel — photo status
מאנטריאל - א גרופע חסידי סאטמאר גרייטן זיך צו זיך ארויסציען צום רואיגע פאנאראמישע דערנעבענדע קוט סט. לוק געגנט, נאכן ערהאלטן ברכת קדשו פון האדמו"ר מסאטמאר. די געגנט דינט אלס היים פאר די גרויסע ספרדישע געמיינדע, אויך האבן א קבוצה חסידי בעלזא זיך אהינגעצויגן מיט עטליכע יאר צוריק.





