Zemel · Aug 23, 2026
Zemel — photo status
מאנהעטן - דער אידישער ביליאנער ביל אקמאן האט אונטערגענומען א מאסיווע פראיעקט צו אויפצובויען דעם "אקמאן אקסמאן אינסטיטוט" צו דינען אלס פארש צענטער און ריהעב פאר מענטשן וועלכע פארמאגן מוח וואונדן און פראבלעמען. דאס קומט צוליב וואס איינע פון זיינע טעכטער האט אנהייב יאר געליטן פון א שווערע מוח בלוטיגונג און האלט זיך נאך אינמיטן ערהוילן.





