Zemel · Aug 6, 2026
Zemel — photo status
וואשינגטאן - א גרופע געזעצגעבער פון קאנגרעס און סענאט פון ביידע פארטייען האבן היינט פארגעשטעלט דעם "רייט אוו ווארשיפ" געזעץ צו אוועקשטעלן א 100 פיס באפער זאנע ארום שוהלן און אנדערע רעליגיעזע צענטערן, צו פארמיידן פראטעסטירער, און דאס מאכן אומלעגאל צו אפהאלטן דאס אריבערגאנג אריין צו א שוהל.





