Zemel · Aug 19, 2026
Zemel — photo status
לאנדאן - דער העקני קאונסיל וועט העלפן די היימישע "בית יעקב" עלעמענטרי מיידל שולע וואס איז געבליבן אן א דאך איבערן קאפ, דורך צושטעלן א לאקאציע וואס וועט ערמעגליכן דאס עפענען דעם מוסד צום נייע לערן-יאר, נאכן מוזן פארלאזן די ביז-איצטיגע געביידע פארגאנגענע חודש יולי, ווי מיר האבן שוין דא ברייט באריכטעט.





