Zemel · Jul 16, 2026
Zemel — photo status
לאנדאן - דערנאך וואס אין די לעצטע צייט האבן געוויסע מתקן געווען אן עירוב אין טיילן פון די סטעמפארד היל געגנט, קעגן די הוראה פון הגאון בעל חשב האפוד זצ"ל ראב"ד לאנדאן, האבן רבני הבי"ד פון כדתיא אפגעהאלטן א מושב בי"ד און ארויסגעשטעלט א שארפע קול קורא דערקעגן.





