Zemel · Jul 15, 2026
Zemel — photo status
ניו יארק - אידישע פאליטיקאנטן האבן פאררופן א פראטעסט פאר מארגן נאכמיטאג אין די שיפסהעד בעי געגנט צוליב פלענער פון די סיטי דעפארטמענט פאר היימלאזע סערוויס, צו אהין ברענגען א באנדע פון היימלאזע פערזאנען מיט א פארברעכערישע פארגאנגהייט, אין א שעלטער אויף עמאנס עוועניו.





