Zemel · Aug 3, 2026
Zemel — video status
מאנסי - א שווערע עקסידענט האט נארוואס פאסירט אויף די פאליסעידס פארקוועי, ווי א מיני-ווען וואס האט געפירט אידישע קינדער פון א מוסד מיט ספעציעלע געברויכן האט אריינגעהאקט אין א בוים, אינדערצייט וואס עס האבן זיך געפונען דערין צוויי ערוואקסענע און זיבן קינדער. איינע פון די קינדער איז ליידער קריטיש פארוואונדעט געווארן און איז אנגעוויזן אויף רחמי שמים מרובים און די אנדערע האבן אויך געליטן וואונדן אבער געפונען זיך אין א סטאבילע צושטאנד. בשורות טובות.





