Expert status · Nov 18, 2026
Expert status — video status
דראמאטיש: דער "סעקרעטערי אוו וואר" פיט העגסעט האט היינט געלאנדעט אין קאראקאס, ווענעזועלא, פאר געשפרעכן מיט די צייטווייליגע רעגירונג פון לאנד. דאס איז זיין ערשטע באזוך זינט אמעריקאנער כוחות האבן געכאפט ניקאלאס מאדורא. דאס איז ממש היסטאריע! די אינטערים פרעזידענט דעלסי ראדריגעז האט אים אויפגענומען אינעם "מיראפלארעס" פרעזידענטליכן פאלאץ. העגסעט איז דער לעצטער קאבינעט מיטגליד צו באזוכן דאס יאר, נאכפאלגנדיג די באזוכן פון די אינערן און ענערגיע סעקרעטארן, וואס זייערע רייזעס האבן זיך קאנצענטרירט אויף ווענעזועלא'ס אויל און וויכטיגע מינעראלן. שפעטער היינט וועט ער רייזן ווייטער קיין קאלאמביע.מאדורא איז ארויסגעווארפן געווארן פון ווענעזועלא דעם דריטן יאנואר. יעצט, צען חדשים שפעטער, שפאצירט דער מאן וואס האט אנגעפירט יענע אפעראציע אריין אין מאדורא'ס געוועזענעם פאלאץ אלס אן עהרן גאסט! Expert status: https://wa.me/message/72T5WL3QNO7RO1
More from Expert status
- Expert statusNov 22, 2026 · אוקראינישער סאלדאט שיסט אראפ צוויי רוסישע "דזשעט" דראונס אין

- Expert statusNov 22, 2026 · שטארקע פארפלייצונגען פארוואנדלען פארקינג גאראזש אין נארט האל

- Expert statusNov 22, 2026 · Expert status:

- Expert statusNov 22, 2026 · יאפאן: דער סאקוראדזשימא וואולקאן האט אויסגעבראכן, שיסט אש 1,

- Expert statusNov 22, 2026 · זעקס פאסאזשירן ניצול בדרך נס נאך א שרעקעדיגע פליגער קראך אוי

- Expert statusNov 22, 2026 · פאסאזשירן געצוואונגען צו אנטלויפן דורכ'ן דאך פונעם באס נאך ש
