JewishStatusOpen the app

Expert status · Nov 19, 2026

Expert status — video status

פרישע אפדעיט: אין א דראמאטישע מאמענט האט פרעזידענט טראמפ געמאלדן אז ער האט לעצטנס אנגעפירט פולשטענדיגע געשפרעכן מיט רוסלאנד און כינע, מיט'ן ציל צו פטור ווערן פון נוקלעארע וואפנס איבער די וועלט און פארזיכערן שלום. דער 47'סטער פרעזידענט האט באגרינדעט אז איראן איז איינע פון די מדינות וואס מען קען בשום אופן נישט ערלויבן צו פארמאגן א נוקלעארע וואפן. טראמפ האט ערקלערט: "אלס די דריי גרעסטע נוקלעארע כוחות אויף די וועלט מיט א ריזיגע פארנעם, זענען די פאראייניגטע שטאטן, רוסלאנד און כינע די איינציגסטע וואס קענען דורכרעדן וויאזוי צו רעדוצירן די צאל נוקלעארע וואפנס אויף די ערד, און אויך צו פארמינערן די סכנה אז די וואפנס זאלן חלילה אמאל גענוצט ווערן. "ער האט צוגעגעבן: "די כוח פון די דאזיגע וואפנס איז אומגלויבליך און אומבאגרייפליך. מיר וועלן אויך דורכטוהן די מעגליכקייט פון שניידן די צאל וואפנס אין אונזערע אייגענע לענדער." "עס איז אויך קריטיש וויכטיג אז מיר זאלן ארבעטן אינאיינעם אפצושלאגן די סכנה פון נוקלעארע פארשפרייטונג איבער די גאנצע וועלט. דאס איז אונזער מהלך בנוגע איראן אז זיי זאלן נישט האבן א נוקלעארע וואפן. Expert sta

Watch in the app All of Expert status's statuses

More from Expert status