JewishStatusOpen the app

Expert status · Nov 17, 2026

Expert status — video status

אוקריינא האט דורכגעפירט וואס זעהט אויס צו זיין די גרעסטע דראון אטאקע אויף רוסלאנד זינט די מלחמה האט זיך אנגעהויבן, ווען מאסקווע טענה'ט אז זיי האבן באוויזן אפצושטעלן מער ווי 1,400 דראונס איבערנאכט. די אטאקע האט אויך געצילט די קערטש בריק וואס פארבינדט רוסלאנד מיט די אקופירטע קרימיע, און לויט באריכטן איז א טייל פונעם שאסיי איינגעפאלן אינעם וואסער. די דאזיגע שארפע עסקאלאציע קומט בלויז עטליכע טעג בעפאר פרעזידענט טראמפ דארף זיך טרעפן מיט'ן רוסישן פרעזידענט וולאדימיר פוטין און דעם כינעזער פרעזידענט שי זשינפינג. זעלענסקי האט דערקלערט אז קיעוו האט שוין פילע מאל פארגעשלאגן פארשידענע וועגן וויאזוי צו בארואיגן די מצב און דע עסקאלירן דעם קאנפליקט. Expert status: https://wa.me/message/72T5WL3QNO7RO1 ‏

Watch in the app All of Expert status's statuses

More from Expert status