Expert status · Nov 16, 2026
Expert status — video status
דער ניו יארקער מעיאר, זאהראן מאמדאני, האט אפיציעל געמאלדן אז ער גייט פארמאכן די באקאנטע "סטרעיטעזשיק ריספאנס גרופ" (SRG) פונעם ניו יארקער פאליציי דעפארטמענט (NYPD). די SRG איינהייט איז ביז היינט געווען פאראנטווארטליך איבער צוויי הויפט זאכן: קאנטער טעראריזם און דאס באהאנדלען פראטעסטן איבער די שטאט. לויט די מעלדונג פון מאמדאני, וועט די SRG ערזעצט ווערן דורך א נייע ציווילע איינהייט וואס וועט נישט זיין באוואפנט, און איר אויפגאבע וועט זיין זיך אפצוגעבן מיט "דייאלאג און קאמוניקאציע". די נייע גרופע וועט גערופן ווערן די "קאמיוניטי דייאלאג און די-עסקאלעישאן דיוויזשען" (CDDD), און זי וועט פונקציאנירן אונטער דעם מעיאר'ס אפיס פאר קאמיוניטי סעיפטי. Expert status: https://wa.me/message/72T5WL3QNO7RO1
More from Expert status
- Expert statusNov 22, 2026 · אוקראינישער סאלדאט שיסט אראפ צוויי רוסישע "דזשעט" דראונס אין

- Expert statusNov 22, 2026 · שטארקע פארפלייצונגען פארוואנדלען פארקינג גאראזש אין נארט האל

- Expert statusNov 22, 2026 · Expert status:

- Expert statusNov 22, 2026 · יאפאן: דער סאקוראדזשימא וואולקאן האט אויסגעבראכן, שיסט אש 1,

- Expert statusNov 22, 2026 · זעקס פאסאזשירן ניצול בדרך נס נאך א שרעקעדיגע פליגער קראך אוי

- Expert statusNov 22, 2026 · פאסאזשירן געצוואונגען צו אנטלויפן דורכ'ן דאך פונעם באס נאך ש
