JewishStatusOpen the app

Expert status · Nov 21, 2026

Expert status — video status

אן איראנער ריזיגע אויל טאנקער מיטן נאמען "כאטשיקאן" – וואס מיינט אין איבערזעצונג "דורכברעכער" – לאזט זיך יעצט ארויס אליינס אויף א דרייסטע רייזע דירעקט אריין אינעם אמעריקאנער בלאקאדע ליניע! די שיף, וואס איז געפילט מיט רויע אויל, קען לויט די באריכטן אנקומען צום אפגעשלאסענעם שטח אינערהאלב בלויז 24 שעה. די וואסערן וואו די "כאטשיקאן" פארט יעצט אריין זענען שוין סייווי העכסט אנגעצויגן און געפערליך. א בריטישער שווימער, לואיס פיו, האט דערציילט פאר די "עי-פי" נייעס אגענטור אז ער האט מיט די אייגענע אויגן צוגעזען ווי א טאנקער שיף ווערט געטראפן בלויז 4 קילאמעטער אוועק פון אים, און גלייך דערנאך האבן קאמף-דזשעטס אנגעהויבן פליען מיט א שרעקליכע גערודער העכער זיין קאפ. באזונדער האבן בריטישע מאריטיים אויטאריטעטן באריכטעט איבער נאך אטאקעס אויף טאנקערס נעבן אומאן דעם פארגאנגענעם שבת. Expert status: https://wa.me/message/72T5WL3QNO7RO1

Watch in the app All of Expert status's statuses

More from Expert status