JewishStatusOpen the app

Expert status · Nov 18, 2026

Expert status — video status

יעצט ממש: פרעזידענט טראמפ מעלדט אז הויכראנגיגע דעמאקראטן פארבינדן זיך מיט'ן ווייסן הויז אויסצוהאמערן דיעלס מיט אים, וויסנדיג גאנץ גוט אז זיין "וויטא" פען גיט אים די ענדגילטיגע מאכט. "איך האב באקומען טעלעפאן רופן פון דעמאקראטן אויף א שטאפל וואס איז ממש אויסערגעווענליך, קיינער וואלט עס נישט געגלייבט. דאס זענען די סאמע העכסטע לייט – פערזענליכקייטן וואס איך פלעג אליין זייער שארף קריטיקירן. "טראמפ האט צוגעלייגט: "איך פארמאג די וויטא מאכט. איך האלט אין מיינע הענט צוויי גאר שטארקע פרעזידענטליכע כוחות: די כוח פון 'פארדאן' און די כוח פון 'וויטא'. זיי קענען מיר איבערשיקן אלע בילס וואס זיי ווילן... איך וועל פשוט זאגן 'בשום אופן נישט', און איך וועל לייגן א וויטא אויף זיי." Expert status: https://wa.me/message/72T5WL3QNO7RO1

Watch in the app All of Expert status's statuses

More from Expert status