Expert status · Nov 4, 2026
Expert status — video status
אין אלאבאמא איז צום ערשטן מאל ערוויילט געווארן א טרענסזשענדער אלס א פארשטייער אין די סטעיט לעגיסלאטור. די דעמאקראטישע קאנדידאטקע עליסאן מאנטגאמערי האט באזיגט דעם רעפובליקאנער אמטירענדן פארשטייער פיליפ ריגסבי אין דעם 25'סטן האוז דיסטריקט, ווען זי האט באקומען 53.2% פון די שטימען און באוויזן איבערצונעמען דעם זיץ פאר די דעמאקראטן. מאנטגאמערי, וועלכע ארבעט אלס א סאפטוועיר ענדזשיניער, האט ארויסגעשטעלט איר קאמפיין הויפטזעכליך ארום די ענינים פון טייערע פרייזן, העלט קעיר, און די רעכטן פון ארבייטער. דאס קומט בשעת די רעפובליקאנער האבן איר כסדר אטאקירט איבער איר זיין א טרענסזשענדער. "דער עולם איז שוין מיד פון די אלע פרואוון אונז אפצונארן און פארדרייען דעם קאפ מיט קולטור קריג ענינים," האט זי געזאגט נאכן געווינס. Expert status: https://wa.me/message/72T5WL3QNO7RO1
More from Expert status
- Expert statusNov 4, 2026 · א 70 יעריגער מאן איז אנגעקלאגט געווארן נאכדעם וואס ער האט גע

- Expert statusNov 4, 2026 · א העליקאפטער מיט דריי מענטשן דערויף איז אראפגעקראכט אין די ו

- Expert statusNov 4, 2026 · טראמפ האט אין גרויסן טייל מסכים געווען מיט דזשעי די ווענס אז

- Expert statusNov 4, 2026 · נאכדעם וואס די דעמאקראטן האבן אפגעצייכנט א זיג אין קאנגרעס,

- Expert statusNov 4, 2026 · טראמפ האט קלארגעשטעלט אז ער זארגט זיך בכלל נישט איבער די פלע

- Expert statusNov 4, 2026 · טראמפ שטייט מיט זיין פולע קראפט הינטער די מלחמה קעגן איראן.
