Expert status · Nov 22, 2026
Expert status — video status
דער בריטישער שווימער לואיס פיו איז קוים געווען 30 מינוט אריין אין זיין שווימעריי אינעם "סטרעיט אוו הורמוז", ווען א ריזיגע טאנקער שיף האט פלוצלינג עקספלאדירט בלויז פיר קילאמעטער אוועק פון אים. ער האט געהערט צוויי מעכטיגע אויפרייסן און געזען קאמפס פליגערס פליען העכער זיין קאפ, וואס האט אים געצוואונגען ארויסצוקומען פונעם וואסער. דאך איז ער צוריקגעקומען און געשוואומען 15 קילאמעטער דורכאויס דריי טעג, בשעת נאך שיפן האבן געברענט דארט אין דער נאנט. דער 56 יעריגער מאן איז דארט געווען מיט א ציל אויפצודעקן דעם שרעקליכן חורבן וואס מלחמה ברענגט פאר די באשעפענישן אינעם ים, ווארענענדיג אז די שמוץ פון די אויל קען חרוב מאכן די גאנצע נאטור פון די געגנט פאר לאנגע צענדליגער יארן. דער מענטש האט שוין געשוואומען סיי אין ארקטיק און סיי אין אנטארקטיקע, אבער דאך זעט אויס אז די מערסט געפארפולע וואסערן וואו ער האט נאר אמאל פראבירט צו שווימען איז געווען אין די מיטל מזרח. Expert status: https://wa.me/message/72T5WL3QNO7RO1
More from Expert status
- Expert statusNov 22, 2026 · אוקראינישער סאלדאט שיסט אראפ צוויי רוסישע "דזשעט" דראונס אין

- Expert statusNov 22, 2026 · שטארקע פארפלייצונגען פארוואנדלען פארקינג גאראזש אין נארט האל

- Expert statusNov 22, 2026 · Expert status:

- Expert statusNov 22, 2026 · יאפאן: דער סאקוראדזשימא וואולקאן האט אויסגעבראכן, שיסט אש 1,

- Expert statusNov 22, 2026 · זעקס פאסאזשירן ניצול בדרך נס נאך א שרעקעדיגע פליגער קראך אוי

- Expert statusNov 22, 2026 · פאסאזשירן געצוואונגען צו אנטלויפן דורכ'ן דאך פונעם באס נאך ש
