JewishStatusOpen the app

Expert status · Nov 17, 2026

Expert status — video status

פרישע ווידעא קליפס צייגן די שרעקליכע חורבנות נאך די אוקראינישע אטאקעס איבערנאכט אויפ'ן באקאנטן "קערטש בריק", וואס פארבינדט רוסלאנד מיט'ן קרימיע האלב-אינזל. נאכדעם וואס די אטאקעס זענען פארגעקומען פאר צוויי נעכט נאכאנאנד, זעט מען קלאר אויף די בילדער ווי א ריזיגע שטיק פונעם שאסיי איז איינגעפאלן אריין אין וואסער, און אויך די באן רעלסן זענען געשעדיגט געווארן. דער בריק, וואס איז 12 מייל לאנג, איז געעפנט געווארן מיט גרויס פאמפע דורך פרעזידענט וולאדימיר פוטין אין יאר 2018, און עס דינט אלס א קריטיש וויכטיגע סופליי ליניע פאר די רוסישע מיליטער אין קרימיע. דורכאויס די גאנצע צייט פונעם קאנפליקט האט אוקראינע שוין פילע מאל פרובירט צו צילן דעם בריק. נאך די יעצטיגע לעצטע אטאקע איז די טראפיק אינגאנצן אפגעשטעלט געווארן, און אוקראינישע באאמטע געבן איבער אז ס'איז דא גאר ערנסטע שאדנס צו די גאנצע סטרוקטור פונעם בריק. Expert status: https://wa.me/message/72T5WL3QNO7RO1

Watch in the app All of Expert status's statuses

More from Expert status