JewishStatusOpen the app

Expert status · Nov 17, 2026

Expert status — video status

פרעזידענט דאנאלד טראמפ האט רעאגירט אויף א באריכט פון סי-ען-ען איבער א מעגליכע איראנער פלאן אויפצורייסן א "שמיציגע באמבע" אין וואשינגטאן, ווארנענדיג אז טעהראן וועט דארפן צאלן אן אומגעהויערן פרייז וואס מ'האט נאך קיינמאל נישט געזען, אויב די סטראשע וועט זיך ארויסשטעלן אלס אמת. "אויב אזא סטראשע עקזיסטירט טאקע, וועלן זיי באצאלן א פרייז וואס קיין שום לאנד האט נאך קיינמאל נישט באצאלט," האט טראמפ דערקלערט. "איך האף אז ס'איז נישטא קיין שום עכטע סטראשע, אבער מיר נעמען דעם ענין זייער ערנסט." ער האט צוגעגעבן אז זיין אדמיניסטראציע טוט יעצט פלייסיג איבערקוקן די אינטעלידזשענס אינפארמאציע. Expert status: https://wa.me/message/72T5WL3QNO7RO1

Watch in the app All of Expert status's statuses

More from Expert status