JewishStatusOpen the app

Expert status · Nov 18, 2026

Expert status — video status

אין דאלאס, טעקסאס, האט א ריזיגע פארקליפט אויסגעריסן אן עי-טי-עם (ATM) מאשין פון א באנק'ס דרייוו טרו לעין און זיך פאמעליך אפגעטראגן דערמיט פון די סצענע. א לאקאלע איינוואוינער וואס האט אפגעכאפט די גאנצע פאסירונג אויף ווידיאו, האט איבערגעגעבן פאר סי-בי-עס נייעס אז זי איז אויפגעשטאנען פון די גרויסע טומל, וואס דאס האט איר געטריבן צו רופן די פאליציי. לויט די דאלאס פאליציי דעפארטמענט, זענען אפיצירן ארויסגעשיקט געווארן צו א רויבעריי וואס קומט פאר אינמיטן נאכט, ארום 3:30 פארטאגס, אויף וואלנאט היל לעין נעבן דעם פרעסביטעריען שפיטאל – אן ארעא וואס שטימט מיט די אדרעס פון א "באנק אוף טעקסאס" ברענטש. די פאליציי האט באשטעטיגט אז די אויספארשונג האלט נאך אן אינמיטן און קיינער איז דערווייל נאכנישט ארעסטירט געווארן. Expert status: https://wa.me/message/72T5WL3QNO7RO1

Watch in the app All of Expert status's statuses

More from Expert status