JewishStatusOpen the app

Expert status · Nov 16, 2026

Expert status — video status

פרעזידענט טראמפ'ס רייזע קיין אזיע האט זיך אנגעהויבן מיט אן אומגעראכטענעם אפשטעל אין אלאסקא, נאכדעם וואס צוליב די וועטער באדינגונגען האט די "עיר פארס וואן" פליגער געמוזט טוישן דעם פלאץ וואו זיך אנצופילן מיט ברענשטאף פון ענקערעדזש קיין פערבענקס. דער פליגער האט געלאנדעט ארום 4:28 נאכמיטאג (לויט'ן איסטערן זייגער) פאר א געפלאנטע 90-מינוטיגע אפשטעל זיך אנצופילן מיט ברענשטאף, בעפאר'ן ווייטער פארן אויפ'ן וועג קיין מאנילא. די פיר טאגיגע רייזע פון פרעזידענט טראמפ נעמט אריין באזוכן אין די פיליפינען און אין כינע פאר גאר וויכטיגע עקאנאמישע און זיכערהייט מיטינגען. עס ווערט ערווארטעט אז ער וועט אפהאלטן געשפרעכן מיט'ן כינעזער פרעזידענט שי זשינפינג און מיט'ן רוסישן פרעזידענט וולאדימיר פוטין, בשעת עס ווערט אויך אויסגעשמועסט א מעגליכע זיצונג מיט'ן נארט קאריער פירער קים דזשאנג אן. Expert status: https://wa.me/message/72T5WL3QNO7RO1

Watch in the app All of Expert status's statuses

More from Expert status