Expert status · Nov 18, 2026
Expert status — video status
די מדינת ישראל מיליטער (צה"ל) האט דינסטאג באריכטעט איבער'ן עלימינירן צוויי כאמאס קאמאנדירן אין באזונדערע אטאקעס איבער'ן עזה פאס. לויט די מיליטער זענען די צוויי קאמאנדירן געווען טיף פארמישט אין פלאנירן אטאקעס קעגן די ארמיי און קעגן ציווילע בירגער, און האבן געארבעט צוריק אויפצושטעלן די טעראר כוחות פון כאמאס, וואס דאס ווערט באטראכט אלס א "סיסטעמאטישע פארלעצונג פון די פייער-אפשטעל."די צוויי עלימינירטע טעראריסטן זענען אידענטיפיצירט געווארן אלס סאבער נאיעף מאכמוד נאבהאן, וועלכער איז אומגעקומען ביי אן אפעראציע אין דזשאבאליא, און אשראף נאיעף מוכאמאד טאבאסי, וועלכער איז טויט נאך אן אטאקע אין כאן יוניס.Expert status: https://wa.me/message/72T5WL3QNO7RO1
More from Expert status
- Expert statusNov 22, 2026 · אוקראינישער סאלדאט שיסט אראפ צוויי רוסישע "דזשעט" דראונס אין

- Expert statusNov 22, 2026 · שטארקע פארפלייצונגען פארוואנדלען פארקינג גאראזש אין נארט האל

- Expert statusNov 22, 2026 · Expert status:

- Expert statusNov 22, 2026 · יאפאן: דער סאקוראדזשימא וואולקאן האט אויסגעבראכן, שיסט אש 1,

- Expert statusNov 22, 2026 · זעקס פאסאזשירן ניצול בדרך נס נאך א שרעקעדיגע פליגער קראך אוי

- Expert statusNov 22, 2026 · פאסאזשירן געצוואונגען צו אנטלויפן דורכ'ן דאך פונעם באס נאך ש
