JewishStatusOpen the app

Expert status · Nov 18, 2026

Expert status — video status

די פאליציי אין ארץ ישראל האט פארעפנטליכט דראמאטישע ווידעא רעקארדירונגען וואו מען זעט די ספעציעלע "גדעונים" איינהייט ארעסטירן א פארדעכטיגטן אין די פאלעסטינער שטאט ראוואבי, וואס געפינט זיך צפון פון ראמאללא.דער פארדעכטיגטער ווערט באשולדיגט אין זיין פארמישט אין די רציחה פון אן 18-יעריגן בחור וואס האט פאסירט דעם 13'טן אקטאבער אין די צפון שטאט אום על-פאכעם. לויט די אויספארשער, איז די רציחה געקומען אלס רעזולטאט פון אן אנגייענדיגע קרימינאלע קריגעריי.דער ארעסט איז דורכגעפירט געווארן דורך "יוניט 33" פון להב 433, נאך א ברייטע שפיאנאזש אפעראציע וואס איז געווארן אנגעפירט בשותפות מיט'ן מיליטער (צה"ל), דעם שב"כ, און די פאליציי פון מחוז יהודה ושומרון. נאכ'ן ארעסט איז דער פארדעכטיגטער איבערגעגעבן געווארן פאר די אויספארשער פון שווערע פארברעכנס אין להב 433 פאר ווייטערדיגע חקירות.Expert status: https://wa.me/message/72T5WL3QNO7RO1

Watch in the app All of Expert status's statuses

More from Expert status