JewishStatusOpen the app

Expert status · Nov 19, 2026

Expert status — video status

די פאבליק סעקיוריטי אין סאודי אראביע האט ארויסגעגעבן א ווידיאו וואו זיי ווארענען די בירגער אז מען זאל בשום אופן נישט פילמען אדער ארומשיקן קיין פוטעדזש פון די חוטי מיסילס און די "עיר דיפענס" אינטערסעפשאנס. די ווארענונג לייגט ארויס אז אזעלכע רעקארדירונגען קענען חלילה אויפדעקן מיליטערישע צילן און העלפן די שונאים דורך דזשיאו-לאקעישאן דאטא, און ווער עס פאוסט עס קען זיך טרעפן מיט לעגאלע קאנסעקווענצן און שטראפן. אנשטאט דעם, ווערט דער עולם געבעטן צו מעלדן אזעלכע אינצידענטן גלייך פאר די באהערדע.Expert status: https://wa.me/message/72T5WL3QNO7RO1

Watch in the app All of Expert status's statuses

More from Expert status