JewishStatusOpen the app

Expert status · Nov 19, 2026

Expert status — video status

רוסלאנד האט אונטערגענומען א מאסיווע אטאקע אויף קיעוו, בלויז קורצע מאמענטן נאכדעם וואס פוטין האט אפגעהאלטן מיטינגס מיט טראמפ און שי. די שווערע באמבארדירונגען האבן ליידער געקאסט דאס לעבן פון א 28-יעריגן יונגערמאן אינעם פאדילסקי דיסטריקט, בשעת שטיקער פון דראונס וואס זענען אראפגעפאלן האבן געטראפן דעם שטח פונעם אוקראינישן אויסערן מיניסטעריום. צוגאב צו דעם, האבן די דראון אטאקעס פאראורזאכט שאדנס פארן סעינט וולאדימיר קאטעדראל, ווי אויך פאר די דיפלאמאטישע געביידעס פון עסטרייך און האלאנד. אויך זענען היסטארישע פלעצער אינעם "אלט-קיעוו" קולטור רעזערוו געשעדגט געווארן ביי די אטאקעס.Expert status: https://wa.me/message/72T5WL3QNO7RO1

Watch in the app All of Expert status's statuses

More from Expert status