JewishStatusOpen the app

Expert status · Nov 17, 2026

Expert status — video status

די באהערדע אין בערלין האבן דינסטאג ארויסגעגעבן א פארבאט קעגן די "אל-אירשאד" מאסקאווע ארגאניזאציע אינאיינעם מיט נאך דריי אפיליאירטע גרופעס, צוליב זייער שטיצע פאר די חיזבאללה טעראר ארגאניזאציע. אנגעהויבן זעקס אזייגער אינדערפרי, האט די פאליציי דורכגעפירט רעידס אויף 28 לאקאלן, ביזנעסער און פריוואטע הייזער, וואו בערך 600 אפיצירן זענען געווען אינוואלווד איבער די גאנצע שטאט, אריינגערעכנט 50 אפיצירן וואס זענען איבערגעפאלן דעם "מארקאז אל-קאיעם" צענטער אין די נויקאלן (Neukölln) געגנט. די ארגאניזאציעס זענען זאפארט אויפגעלעזט געווארן, זייערע נכסים זענען קאנפיסקירט געווארן, און מען האט געהייסן פארשליסן זייערע וועבזייטלעך. די אינערן סענאטארקע פון בערלין, איריס שפראנגער, האט קלארגעשטעלט אז "אל-אירשאד" האט צוגעשטעלט פאר די טעראריסטן ארגאניזאציאנאלע און פינאנציעלע שטיצע, און האט אויסגענוצט איר מאסקאווע און יוגנט פראגראמען צו פארשפרייטן די חיזבאללה פראפאגאנדע איבער די גאנצע שטאט. דייטשלאנד האט שוין אפיציעל פארבאטן סיי וועלכע חיזבאללה אקטיוויטעטן נאך אין יאר 2020. Expert status: https://wa.me/message/72T5WL3QNO7RO1

Watch in the app All of Expert status's statuses

More from Expert status