Expert status · Nov 4, 2026
Expert status — video status
שוידערליכע מאמענטן בעפאר דער שיסער ביי "סיטי-באנק" האט געעפנט פייער דער פארשוין האט אריינגעקראכט מיט זיין קאר אינעם "פעוויליאן" שטח פון די באנק, און איז דערנאך ארויסגעשפרינגען מיט א געווער וואס האט אויסגעזען ווי אן AK-סטייל רייפל. עדות אויפ'ן ארט האבן איבערגעגעבן אז דער שיסער האט זיך געלאזט לויפן אין די ריכטונג פון די קאפעטעריע, און קורץ דערויף זענען געהערט געווארן פילע שאסן וואס האבן ארויסגערופן א שרעקליכע פאניק ווען מענטשן האבן אנגעהויבן לויפן פאר זייערע לעבנס. טייל עדות האבן באריכטעט אז זיי האבן געזען ווי ער שיסט אויף א פערזאן נאנט צו די קאפעטעריע. דער שיסער איז טויט, און אמווייניגסטנס איין אנדערע מענטש איז געהרגעט געווארן אין דעם אינצידענט. די הילסבארא קאונטי שעריף אפיס האט באצייכנט די שיסעריי אלס א "געצילטע אטאקע". די אויטאריטעטן ווארטן נאך אויף קלארע דעטאלן איבער די מעגליכע שייכות צווישן דעם שיסער און דעם קרבן. Expert status: https://wa.me/message/72T5WL3QNO7RO1
More from Expert status
- Expert statusNov 4, 2026 · א 70 יעריגער מאן איז אנגעקלאגט געווארן נאכדעם וואס ער האט גע

- Expert statusNov 4, 2026 · א העליקאפטער מיט דריי מענטשן דערויף איז אראפגעקראכט אין די ו

- Expert statusNov 4, 2026 · טראמפ האט אין גרויסן טייל מסכים געווען מיט דזשעי די ווענס אז

- Expert statusNov 4, 2026 · נאכדעם וואס די דעמאקראטן האבן אפגעצייכנט א זיג אין קאנגרעס,

- Expert statusNov 4, 2026 · טראמפ האט קלארגעשטעלט אז ער זארגט זיך בכלל נישט איבער די פלע

- Expert statusNov 4, 2026 · טראמפ שטייט מיט זיין פולע קראפט הינטער די מלחמה קעגן איראן.
